Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

צה"ל סאלדאטן וועלכע אפערירן אין חברון האבן אנטדעקט א 15 מעטער טיפע אונטערערדישע שאכט נעבן די הויז פון איינער…

צה"ל סאלדאטן וועלכע אפערירן אין חברון האבן אנטדעקט א 15 מעטער טיפע אונטערערדישע שאכט נעבן די הויז פון איינער…
צה"ל סאלדאטן וועלכע אפערירן אין חברון האבן אנטדעקט א 15 מעטער טיפע אונטערערדישע שאכט נעבן די הויז פון איינער פון די טעראריסטן ימ"ש וועלכע זענען געווען פארמישט אין פרייטאג'ס בלוטיגע טעראר אטאקע, וואו עס זענען ל"ע אומגעקומען סערזשאנט ראן יונתן רויטמאן הי"ד און סערזשאנט יובל שי סואילעם הי"ד. די שאכט איז אנטדעקט געווארן בעת זוכענישן אין מער ווי 500 ערטער. אינעווייניג האט מען געטראפן אן עלעקטראנישע מכשיר, וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן פאר אויספארשונג. צה"ל האט געמעלדט אז די שאכט האט נישט געהאט קיין ארויסגאנג, און זי געפינט זיך נישט נעבן קיין שום אידישע ישוב.