Anthropic, די ארטיפיציעלע אינטעליגענץ (AI) פירמע הינטער'ן Claude טשעטבאט און איינע פון OpenAI'ס גרעסטע קאנקו…

Anthropic, די ארטיפיציעלע אינטעליגענץ (AI) פירמע הינטער'ן Claude טשעטבאט און איינע פון OpenAI'ס גרעסטע קאנקורענטן, האט אפיציעל איינגעגעבן פאפירן פאר אן ערשטע פובליק אפערינג (IPO). דאס איז א באדייטנדער שריט צו ווערן א פירמע וועמענס שערס ווערן געהאנדלט אויפ'ן סטאק מארקעט. די פאפירן קענען עפענען דעם וועג פאר אינוועסטארס צו קויפן שערס אין איינע פון די פירנדע AI פירמעס אויף דער וועלט, ווען איר סטאק וועט אנהייבן געהאנדלט ווערן פובליק.