צה"ל סאלדאטן האבן זונטאג אידענטיפיצירט דריי טעראריסטן וועלכע זענען ארויסגעקומען פון א טונעל שאכט אין כאן יונ…

צה"ל סאלדאטן האבן זונטאג אידענטיפיצירט דריי טעראריסטן וועלכע זענען ארויסגעקומען פון א טונעל שאכט אין כאן יונס, איבער די "געלע ליניע". באלד דערנאך האט א מיליטערישער עראפלאן אטאקירט די טעראריסטן און דעם טונעל שאכט. צווייטיגע עקספלאזיעס נאך די אטאקע האבן אנגעוויזן אז אין שאכט זענען געווען אויפגעהאלטן וואפן.