א יונייטעד עירליינס פליגער וואס איז געווען אויפן וועג פון לאס וועגאס קיין ניוארק האט מוצאי שבת געמוזט מאכן א…

א יונייטעד עירליינס פליגער וואס איז געווען אויפן וועג פון לאס וועגאס קיין ניוארק האט מוצאי שבת געמוזט מאכן אן עמוירדזשענסי לאנדונג, נאכדעם וואס א פלייט אטענדענט האט באמערקט ווי א פאסאזשיר שיקט טעקסט מעסעדזשעס איבער הייזשעקן דעם פליגער.
די פילאטן האבן באלד פארזיכערט די קאקפיט און זיך צוריקגעדרייט קיין לאס וועגאס, וואו פאליציי אפיצירן האבן אפגעווארט דעם פליגער ביים לאנדן. אויפן פליגער זענען געווען 150 פאסאזשירן און זעקס מאנשאפט מיטגלידער, און בחסדי ה' איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן. די פאסאזשירן האבן געמוזט איבערנעכטיגן אין לאס וועגאס צוליב די פארשפעטיגונג, און זענען ענדליך אפגעפלויגן קיין ניוארק זונטאג אינדערפרי.