די פאליציי אין מדינת ישראל שטעלט ארויס בערך 22,000 פאליציי אפיצירן איבער'ן גאנצן לאנד פאר די כנסת בחירות דעם…

די פאליציי אין מדינת ישראל שטעלט ארויס בערך 22,000 פאליציי אפיצירן איבער'ן גאנצן לאנד פאר די כנסת בחירות דעם דינסטאג, 5,000 מער ווי ביי די פריערדיגע בחירות, צוליב זארג אז עס קענען אויסברעכן מהומות. די פאליציי גרייט זיך פאר צוזאמענשטויסן צווישן קעגנערישע פאליטישע גרופעס, איבערהויפט נאכדעם וואס די עגזיט פאלס וועלן ארויסקומען דינסטאג ביינאכט, און עקסטערע כוחות וועלן בלייבן אויף דיוטי אויך נאכדעם וואס דאס שטימען ענדיגט זיך.