א קרוז שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א קאנטעינער שיף אין א פארט אין דייטשלאנד.

די קאלאזיע האט פאסירט אין ברעמערהאווען ווען די "מיין שיף 3" איז ארויסגעפארן פונעם פארט. די קאנטעינער שיף האט באקומען א גרויסע לאך, און עטליכע רעטונגס-שיפלעך אויף די קרוז שיף זענען צעקוועטשט געווארן פונעם קראך.