קאטארער פארמיטלער ארבעטן אויף א פארגעשלאגענעם אפמאך, לויט וועלכן אמעריקע און איראן וועלן מאכן א סעריע קאנצעס…

קאטארער פארמיטלער ארבעטן אויף א פארגעשלאגענעם אפמאך, לויט וועלכן אמעריקע און איראן וועלן מאכן א סעריע קאנצעסיעס במשך פינף טעג, אריינגערעכנט אז איראן זאל ווידער עפענען דעם סטרעיט אוו הארמוז און אמעריקע זאל אפשאפן איר נעיוועל בלאקאדע אויף איראנער פארטן. אזוי באריכטעט די ניו יארק טיימס, ציטירנדיג א באאמטער פון די גאלף לענדער. די הויפט שטרויכלונגען זענען מחלוקות איבער ווען יעדע זייט זאל מאכן אירע קאנצעסיעס, און קאטאר'ס דרוק אז איראן זאל מאכן נוקלעארע קאנצעסיעס, וואס טעהראנ'ס פארהאנדלער ווארפן אפ.