דער רעדאקטאר פון דער ארטאדאקסישער אידישער פובליקאציע Mishpacha האט שארף געשטאכן ברוקלינער פילאנטראפ יואלי ל…

דער רעדאקטאר פון דער ארטאדאקסישער אידישער פובליקאציע Mishpacha האט שארף געשטאכן ברוקלינער פילאנטראפ יואלי לאנדא, נאך נישט באשטעטיגטע באריכטן וואס גייען ארום אנליין אז ער פלאנירט צו פארן קיין ארץ ישראל פאר די בחירות. לויט די באריכטן, וויל לאנדא אנקומען דינסטאג און עפענען אן אפיס אין ירושלים'ס הר חוצבים געגנט, וואו ער וועט איינזאמלען די תעודת זהות קארטלעך און פאספארטן פון ישיבה בחורים וואס זאגן צו נישט צו שטימען ביי די בחירות. לויט די אומבאשטעטיגטע טענות, וועלן די באטייליגטע באקומען $500 ביים סוף טאג.