הייס: געוועזענער FBI דירעקטאר דזשעימס קאמי איז שוין צום דריטן מאל אנגעקלאגט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסט…

הייס: געוועזענער FBI דירעקטאר דזשעימס קאמי איז שוין צום דריטן מאל אנגעקלאגט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, דאס מאל מיט'ן איבערגעבן נאציאנאלע פארטיידיגונג אינפארמאציע און א קאנספיראציע צו איבערגעבן נאציאנאלע פארטיידיגונג אינפארמאציע, אזוי באריכטעט NBC News. דער קעיס איז געהאלטן געווארן אונטער א סיגל זינט אקטאבער 5. אין דעם לעצטן קעיס איז נאך נישט ארויסגעגעבן געווארן קיין אינדייטמענט קעגן קאמי, און זיינע אדוואקאטן האבן פאריגע וואך אריינגעגעבן א מאושן צו בעטן אז די קלאגעס זאלן אפגעווארפן ווערן.