ריזיגע אינוועסטמענטס אין ארטיפיציעלע אינטעליגענץ (AI) און דאטא סענטערס העלפן שטופן די אמעריקאנער עקאנאמיע פא…

ריזיגע אינוועסטמענטס אין ארטיפיציעלע אינטעליגענץ (AI) און דאטא סענטערס העלפן שטופן די אמעריקאנער עקאנאמיע פאראויס, ווען פירמעס האבן זיך פארפליכטעט צו שטעקן טריליאנען דאלאר אין פארברייטערן די קאמפיוטער אינפראסטרוקטור. עקאנאמיסטן זענען דערווייל צעטיילט צי דער AI בום וועט קענען ברענגען א דויערדיגע עקאנאמישע וואוקס העכער פונעם לאנד'ס געשאצטע לאנג-טערמין ראטע פון בערך 2%. באאמטע ביים פעדעראל ריזערוו קוקן אויך אריין וויאזוי דאס קען אפעקטירן פראדוקטיוויטעט און אינפלאציע.