Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

יונייטעד עירליינס פלייט קערט זיך אום קיין לאס וועגאס נאך סטראשונג צו כאפן דעם פלעין

א United Airlines פלייט פון לאס וועגאס קיין נוארק האט זיך אומגעקערט קיין לאס וועגאס שבת ביינאכט, נאכדעם וואס א פלייט אטענדענט האט באמערקט ווי א פאסאזשיר שיקט טעקסט מעסעדזשעס וועגן כאפן דעם עראפלאן.
די פילאטן האבן פארזיכערט דעם קאקפיט, און פאליציי האט אפגעווארט דעם פלעין נאכן לאנדן. ב"ה איז קיינער פון די 150 פאסאזשירן און זעקס קרו מעמבערס נישט פארוואונדעט געווארן.
די פאסאזשירן זענען אפגעהאלטן געווארן איבער די נאכט, ביז די פלייט איז ארויסגעפלויגן קיין נוארק זונטאג אינדערפרי.