הויכע ליכוד פיגורן זענען לויט באריכטן צעטיילט איבער נתניהו'ס שאנסן ביי די בחירות דינסטאג, ווען טייל זענען זי…

הויכע ליכוד פיגורן זענען לויט באריכטן צעטיילט איבער נתניהו'ס שאנסן ביי די בחירות דינסטאג, ווען טייל זענען זיכער אז זיי וועלן געווינען, און אנדערע זארגן זיך איבער די באמיאונגען פון דער אפאזיציע ארויסצוברענגען זייערע שטימער. דאס באריכטעט די Jerusalem Post. ליכוד באאמטע באשולדיגן נאן-פראפיט ארגאניזאציעס אז זיי גיבן אויס גרויסע סומעס געלט צו מאביליזירן אפאזיציע שטימער דורך טראנספארטאציע, סאשעל מידיא און אנדערע קאמפיינס. די פארטיי ארבעט אויך צו פארמיידן אז שטימען זאלן אריבערגיין צו קלענערע רעכטע פארטייען, וועלכע קענען אפשר נישט דורכגיין דעם אחוז החסימה.