איראנ'ס אויסערן מיניסטעריום האט ערקלערט אז די רעזולטאטן פון די בחירות אין מדינת ישראל דינסטאג וועלן נישט מאכ…

איראנ'ס אויסערן מיניסטעריום האט ערקלערט אז די רעזולטאטן פון די בחירות אין מדינת ישראל דינסטאג וועלן נישט מאכן קיין שום חילוק פאר טעהעראן, און האט אפגעמאכט די לעצטיגע סטראשונגן פון פרעמיער מיניסטער נתניהו אז ער וועט אראפווארפן דעם איראנער רעזשים. דער איראנער שפרעכער איסמאעיל באגאיי האט אנגערופן נתניהו'ס סטראשונגן ליידיגע ווערטער, אינמיטן די וואקסנדע שפאנונג צווישן מדינת ישראל און איראן.