קאסאווא האט אנגעזאגט אז אירע מיליטערישע מאנשאפטן זענען גרייט ארויסצופארן קיין עזה אלס טייל פון די אינטערנאצי…

קאסאווא האט אנגעזאגט אז אירע מיליטערישע מאנשאפטן זענען גרייט ארויסצופארן קיין עזה אלס טייל פון די אינטערנאציאנאלע סטאביליזאציע קראפט, וואס ווערט געשטיצט דורך אמעריקע. אין די זעלבע צייט האט אלבאניע אויך שוין אפגעשלאסן איר באטייליגונג. די אינטערנאציאנאלע מיסיע איז געצילט צו שטיצן די זיכערהייט אפעראציעס אין עזה. אבער די ארויסשיקונג איז אפגעשלעפט געווארן צוליב מחלוקות איבער ענטוואפענען חמאס, איבערבויען דעם שטח, און צוקונפטיגע צוריקציאונגען פון צה"ל.