Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

Southwest Airlines געשטעלט צום געריכט דורך פלייט אטענדאנט איבער שווערע אלערגיע צו הויז-חיות!

Southwest Airlines געשטעלט צום געריכט דורך פלייט אטענדאנט איבער שווערע אלערגיע צו הויז-חיות!
א Southwest פלייט אטענדאנט, ליסא דייען פעטערסאן, האט אריינגעגעבן א לאוסוט קעגן די עירליין, טענה'נדיג אז די פירמע האט נישט גערעכנט מיט איר שווערע אלערגיע צו הינט און קעץ, נאכדעם וואס זי האט אין 2018 אנגעהויבן ערלויבן הויז-חיות אויפ'ן פלעין.
פעטערסאן טענה'ט אז Southwest האט אפגעווארפן אירע בקשות אריבערצורוקן פאסאזשירן וואס פארן מיט הויז-חיות צו אן אנדער טייל פונעם פלעין, און זי אזוי געצוואונגען אויסצוקלייבן צווישן ריזיקירן קראנק צו ווערן אדער אוועקגיין פון פלייטס, וואס האט גורם געווען אז זי האט פארלוירן איינקונפט. זי פאדערט שאדן-ערזאץ און א געריכט באפעל וואס זאל פארלאנגען פון די עירליין צו מאכן ספעציעלע איינארדענונגען פאר איר.