Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

א ריזיגע אויל-גראבן "ריג" פלאטפארמע איז געזונקען נעבן די ברעגעס פון גאבאן, נאכדעם וואס עס האט פארלוירן איר ס…

א ריזיגע אויל-גראבן "ריג" פלאטפארמע איז געזונקען נעבן די ברעגעס פון גאבאן, נאכדעם וואס עס האט פארלוירן איר ס…
א ריזיגע אויל-גראבן "ריג" פלאטפארמע איז געזונקען נעבן די ברעגעס פון גאבאן, נאכדעם וואס עס האט פארלוירן איר סטאביליטעט בשעת'ן עס פרובירן אויפשטעלן אויפ'ן ארט.
די שיף, וואס געהערט פאר די "באר דרילינג" פירמע און ווערט גערופן "פראספעקטאר 5", האט געליטן פון א פלוצלינגדיגן איינברוך אין דעם באדן אונטער'ן וואסער (א "punch-through") נאך פאר די גראבן ארבעט האט זיך בכלל אנגעהויבן. דאס האט גורם געווען אז די גאנצע סטרוקטור זאל זיך אנהייבן בויגן און ענדליך אינגאנצן זינקען אונטער'ן וואסער נעבן דעם "דוסאפו מארין" געגנט.
עס זענען געווען 115 מענטשן אויף די שיף בשעת די דראמא האט פאסירט. באאמטע געבן איבער אז 110 מענטשן זענען שוין אפגעפונען געווארן, אבער 5 מענטשן ווערן נאך אלס געזוכט.
אלס פארזיכטיגקייט האט מען אפגעשטעלט די פראדוקציע אין די גאנצע ארומיגע געגנט, און די זוך אקציעס דורך די רעטונגס מאנשאפטן גייען נאך אלס אן אין דעם געגנט מיט פולן שוואונג.