לעצטע מינוט אומדריי: הגאון רבי משה צדקה שליט"א לייגט אוועק בריוו קעגן ש"ס נאך א טרעפונג מיט מועצת חכמי התורה

אין א באדייטנדע אנטוויקלונג, בלויז עטליכע שעה פאר די כנסת בחירות אין מדינת ישראל, האט הגאון רבי משה צדקה שליט"א, ראש ישיבת פורת יוסף, צוריקגעצויגן א געפלאנטן עפנטליכן בריוו קעגן שטיצן ש"ס, נאך א טרעפונג מיט חשובע חברי מועצת חכמי התורה פון דער פארטיי.