טראמפ שטעלט קלאר: פרעזידענט לייקנט אז נתניהו האט געבעטן א פרישע אינדארסמענט, לויבט ראש הממשלה פאר די בחירות

פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט מאנטאג אפגעווארפן באריכטן אז מדינת ישראל'ס ראש הממשלה בנימין נתניהו האט געבעטן ביי די ווייסע הויז נאך אן אינדארסמענט פאר די בחירות אין מדינת ישראל דינסטאג. טראמפ האט באטאנט אז אזא שמועס האט בכלל נישט פאסירט, און אין די זעלבע צייט האט ער שטארק געלויבט נתניהו'ס פירערשאפט און ווי ער גייט אום מיט מדינת ישראל'ס זיכערהייט אויסגאבעס.