Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

א מאן מיט א גרויסן מעסער איז דינסטאג נאכמיטאג ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס ער האט זיך דערנענטערט צום פארזיצ…

א מאן מיט א גרויסן מעסער איז דינסטאג נאכמיטאג ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס ער האט זיך דערנענטערט צום פארזיצ…
א מאן מיט א גרויסן מעסער איז דינסטאג נאכמיטאג ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס ער האט זיך דערנענטערט צום פארזיצער פון די "דעמאקראטן" פארטיי, יאיר גולן, בעת א קאמפיין באזוך אום בחירות טאג אינעם פארק המסילה אין תל אביב. לויט גולן'ס פארטיי, האבן סעקיוריטי גארדס אפגעשטעלט דעם פארדעכטיגטן, נאכדעם וואס ער האט זיך דערנענטערט אויף א סטראשענדיגן אופן, און א מעסער איז ארויסגעפאלן פון זיינע קליידער. די גארדס האבן אים איינגעהאלטן ביז די פאליציי איז אנגעקומען. זיינע כוונות זענען נאך נישט קלאר.