צה"ל סאלדאטן האבן איבער די נאכט ארעסטירט אן עגיפטער, נאכדעם וואס ער האט זיך לויט באריכטן דורכגעגראבן אונטער'…

צה"ל סאלדאטן האבן איבער די נאכט ארעסטירט אן עגיפטער, נאכדעם וואס ער האט זיך לויט באריכטן דורכגעגראבן אונטער'ן גרעניץ פענס נעבן ניצנה, און איז אריינגעגאנגען בערך 1.5 קילאמעטער טיף אין שטח פון מדינת ישראל, ביז די אבזערוואציע סאלדאטן האבן אים באמערקט. לויט די באריכטן, האט דער פארדעכטיגטער ה"י צוגעגעבן ביים אויספרעגן אז ער איז אריין אין מדינת ישראל מיט'ן ציל אומצוברענגען אידן. דער שב"כ פארשט אויס דעם אינצידענט אלס א חשד פון א פרואוו צו דורכפירן א טעראר אטאקע.