Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

ערב בחירות ביים כותל: נתניהו לאזט איבער א האנטגעשריבענע תפילה פאר צה"ל סאלדאטן און נצחון איבער מדינת ישראל'…

ערב בחירות ביים כותל: נתניהו לאזט איבער א האנטגעשריבענע תפילה פאר צה"ל סאלדאטן און נצחון איבער מדינת ישראל'ס שונאים
מדינת ישראל'ס פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו און זיין פרוי שרה האבן מאנטאג אוונט באזוכט דעם כותל המערבי אין ירושלים, בלויז עטליכע שעה בעפאר די בירגער פון מדינת ישראל האבן געדארפט גיין שטימען אין די בחירות פאר די 26'סטע כנסת. ביים באזוך האט נתניהו אריינגעלייגט א האנטגעשריבענע צעטל צווישן די אוראלטע שטיינער פונעם כותל, מיט א תפילה פאר די שמירה פון די סאלדאטן, נצחון איבער די שונאים פונעם לאנד, און די הצלחה פון כלל ישראל.