Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

"שרייבט דא אונטער און גייט אהיים": מדינת ישראל'ס אמבאסאדאר דני דנון גיט די יו-ען'ס פראנשעסקא אלבאנעזע א רעז…

"שרייבט דא אונטער און גייט אהיים": מדינת ישראל'ס אמבאסאדאר דני דנון גיט די יו-ען'ס פראנשעסקא אלבאנעזע א רעז…
"שרייבט דא אונטער און גייט אהיים": מדינת ישראל'ס אמבאסאדאר דני דנון גיט די יו-ען'ס פראנשעסקא אלבאנעזע א רעזיגנאציע בריוו געשריבן אויף איר נאמען ביי א היציגע קאנפראנטאציע
[ווידעא אונטן.] מדינת ישראל'ס אמבאסאדאר ביי די יו-ען, דני דנון, האט מאנטאג קאנפראנטירט די יו-ען ספעציעלע ראפארטעור פראנשעסקא אלבאנעזע ביי א היציגע זיצונג, ווען ער האט איר איבערגעגעבן א רעזיגנאציע בריוו וואס איז שוין געווען אויסגעשריבן אויף איר נאמען, און פארלאנגט אז זי זאל אפטרעטן צוליב דעם וואס ער האט באצייכנט אלס איר אנגייענדע אנטי-ישראל פארטייאישקייט, פאלשע באשולדיגונגען, און איר גרייטקייט צו פארקוקן די פארברעכנס פון כאמאס.