די שטימען-באטייליגונג ביי די בחירות אין מדינת ישראל איז געשפרונגען ביז 55.7% ביז 4:00 נאכמיטאג, קעגן בלויז 4…

די שטימען-באטייליגונג ביי די בחירות אין מדינת ישראל איז געשפרונגען ביז 55.7% ביז 4:00 נאכמיטאג, קעגן בלויז 47.5% אין די זעלבע צייט ביי די בחירות אין 2022, א ריזיגע העכערונג פון 8.2 פראצענט פונקטן. דער ממלא מקום דירעקטאר-דזשענעראל פון ועדת הבחירות המרכזית, דין ליבנה, האט געזאגט: "אויב וועט עס אזוי ווייטער גיין אין דעם טעמפא, קען זיין אז מיר וועלן ביז סוף טאג איבערשטייגן 80% באטייליגונג." דערווייל האט די ליכוד פארטיי איינגעגעבן א בקשה צו פארלענגערן די שטימען שעות.