ווייניגער ווי דריי שעה פאר די קלפיס ווערן פארמאכט, איז דער יו"ר פון סיעת יהדות התורה, חבר הכנסת הרב יעקב אשר…

ווייניגער ווי דריי שעה פאר די קלפיס ווערן פארמאכט, איז דער יו"ר פון סיעת יהדות התורה, חבר הכנסת הרב יעקב אשר, אנגעקומען צום צענטראלן בחירות הויפטקוואטיר פון דגל התורה אין ירושלים, כדי צו באאויפזיכטיגן די לעצטע באמיאונגען ארויסצוברענגען די שטימער. אינאיינעם מיט אים זענען געווען סגן ראש העיר ר' אליעזר ראוכבערגער, סגן ראש העיר ר' ישראל קעלערמאן, דער דירעקטאר פונעם קאמפיין הויפטקוואטיר ר' יוסי גערץ, און דער געמיינדע קאארדינאטאר ר' יוסי פרוינד.