ערשט תורה, נאכדעם שטימען: טויזנטער בחורים אין ישיבת עטרת שלמה זענען פארטיפט אין זייער רעגולערן נאכמיטאג סד…

ערשט תורה, נאכדעם שטימען: טויזנטער בחורים אין ישיבת עטרת שלמה זענען פארטיפט אין זייער רעגולערן נאכמיטאג סדר אינעם ישיבה'ס ריזיגן בית המדרש. נאך סדר ב' וועלן די בחורים ארויפגיין אויף באסעס וואס פארן איבער גאנץ ארץ ישראל, כדי מקיים צו זיין די מצוה פון שטימען אין די היינטיגע בחירות, און דערנאך זיך אומקערן צוריק אין ישיבה אויף סדר ג', לויט די הוראות פון מרן ראש הישיבה הגאון הרב דוב לנדא שליט"א.