Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

דער בראזיליאנער סענאטאר און פרעזידענטליכער קאנדידאט פאליווא באלסאנערא, איז אנטלאפן פון בראזיל קיין אמעריקע,…

דער בראזיליאנער סענאטאר און פרעזידענטליכער קאנדידאט פאליווא באלסאנערא, איז אנטלאפן פון בראזיל קיין אמעריקע, צוויי טעג נאכ'ן פארלירן די וואלן.
לויט די באריכטן, האט ער זיך אריבער געשווערצט קיין ארגענטינע און פון דארט גענומען א פריוואטע פליגער קיין אמעריקע, וואו ער איז ערווארטעט אנצוקומען אין די קומענדיגע שעות.
זיין אנטלויפן קומט נאך א סופרים קאורט באפעל צו איבערגעבן זיין בראזיליאנער און איטאליענישע פאספארטן אלס טייל פון א קרימינאלע אויספארשונג.
לויט באריכטן פון די בראזיליאנער פרעסע, איז זיין אנטלויף אקציע צושטאנד געקומען מיט די הילף פון וואשינגטאן, און די טראמפ אדמיניסטראציע ארבעט אצינד אים צו געבן בירגערשאפט.