פלאוויא באלסאנארא, וועלכער האט פארלוירן די פרעזידענטליכע וואלן אין בראזיל זונטאג, איז לויט באריכטן אויפ'ן וו…

פלאוויא באלסאנארא, וועלכער האט פארלוירן די פרעזידענטליכע וואלן אין בראזיל זונטאג, איז לויט באריכטן אויפ'ן וועג קיין אמעריקע. דאס באריכטעט Bloomberg, וועלכע ציטירט א באריכט פון Folha de S.Paulo, באזירט אויף אינפארמאציע פון זיינע אליאירטע. די בראזיליאנישע פעדעראלע פאליציי האט אננולירט באלסאנארא'ס פאספארטן, נאכדעם וואס ער האט נישט געפאלגט א באפעל פון סופרים קאורט זיי איבערצוגעבן. וואו ער געפינט זיך איז נאך אלס נישט אפיציעל באשטעטיגט, דערווייל האט ארגענטינע אפגעלייקנט באריכטן אז ער איז אריין אין לאנד.