א היציגע טענה'ריי האט אויסגעבראכן נאכדעם וואס דער אויסערן מיניסטער פון קובא איז צוגעגאנגען צום פודיום בשעת ד…

א היציגע טענה'ריי האט אויסגעבראכן נאכדעם וואס דער אויסערן מיניסטער פון קובא איז צוגעגאנגען צום פודיום בשעת דער אמעריקאנער אמבאסאדאר מייק וואלץ האט געהאלטן אינמיטן רעדן ביי די פאראייניגטע פעלקער (UN)."גיי צוריק, אמבאסאדאר! דאס איז נישט האוואנא," האט וואלץ געשריגן.וואלץ האט עטליכע מאל געפאדערט פון ברונא ראדריגעז פארילא ער זאל זיך אפרוקן, און אים באשולדיגט אין פרובירן צו סטראשען דעם אמעריקאנער פארשטייער, בשעת די צוויי האבן זיך אויסגעטוישט שארפע ווערטער פאר די אויגן פון די גאנצע דזשענעראל אסעמבלי."דאס איז אמעריקע. דאס איז נישט דיין קאמוניסטישע דיקטאטור. דו קענסט מיך נישט שטיל מאכן," האט וואלץ אויסגערופן.די שארפע קאנפראנטאציע האט פאסירט אין די צייט וואס די יו-ען האט זיך צוגעגרייט צו שטימען אויף א רעזאלוציע וואס פארלאנגט צו ענדיגן דעם אמעריקאנער עמבארגא אויף קובא.