שארפע ווארענונג: נתניהו זאגט אז חרדים וועלן ליידן אן אומגעהערטע רדיפה אויב די אפאזיציע נעמט איבער די מאכט

מדינת ישראל'ס פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט דינסטאג אוונט ארויסגעגעבן א דרינגענדע ווארענונג צום חרדישן ציבור אין ארץ ישראל, ערקלערנדיג אז א טויש אין די רעגירונג קען ברענגען אן אומגעהערטע רדיפה אויף חרדישע אידן און שטעלן אן ערנסטע סכנה פאר די תורה וועלט.