א דרייסטער עדווענטשער זוכער האט יעצט געמאכט היסטאריע, ווען ער איז געווארן דער ערשטער מענטש אריבערצוגיין דעם…

א דרייסטער עדווענטשער זוכער האט יעצט געמאכט היסטאריע, ווען ער איז געווארן דער ערשטער מענטש אריבערצוגיין דעם בויגן פון די העכסטע בריק אין גאנץ אפריקע, ניצנדיג בלויז "מאנקי בארס". ער איז געווען אויפגעהאנגען העכער 700 פוס אין די לופטן איבער די ערד אין דרום אפריקע, וואו ער האט זיך געשוואונגען איבער 600 באזונדערע שטאנגען. ער האט באוויזן צו ענדיגן די גאנצע רייזע פון 900 פוס אין בלויז אביסל מער ווי 47 מינוט.