קאמפיין שטורעם: וואנס רופט מישיגען דעמאקראט א "פסיכאפאט", באשולדיגט אים אין פארשפרייטן ראסן-האס און סטראשען…

קאמפיין שטורעם: וואנס רופט מישיגען דעמאקראט א "פסיכאפאט", באשולדיגט אים אין פארשפרייטן ראסן-האס און סטראשען די אויטא אינדוסטריע
ווייס פרעזידענט דזשעי-די וואנס האט דינסטאג געמאכט א שארפע אטאקע אויף מישיגען'ס דעמאקראטישן סענאט קאנדידאט אבדול על-סייעד. ער האט אים אנגערופן א "פסיכאפאט", און אים באשולדיגט אז ער שטופט אנטי-ווייסע ראסיזם, ער שטעלט פאלש פאר זיין הינטערגרונט, און ער שטייט הינטער א פאליסי וואס קען חרוב מאכן מישיגען'ס אויטאמאביל אינדוסטריע. די אומגעווענליך שארפע קריטיק איז געקומען ווען וואנס איז געפארן קיין דעם וויכטיגן "באטלגראונד" סטעיט צו קאמפיינען פאר'ן רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט מייק ראדזשערס. ראדזשערס שטייט אין א גאר ענגע פארמעסט פאר די וואלן אויף נאוועמבער 3.