א בלינדער מאן פון פלארידע וועלכער איז אנגעקלאגט אויף מארד אין ערשטן גראד, האט פארגעשלאגן פאר'ן שופט אז ער אי…

א בלינדער מאן פון פלארידע וועלכער איז אנגעקלאגט אויף מארד אין ערשטן גראד, האט פארגעשלאגן פאר'ן שופט אז ער איז גרייט זיך מודה צו זיין אויף די קלאגעס אויב מ'וועט אים געבן א "פילי טשיז-סטעיק" סענדוויטש, פרינטש פרייז, און א פעפסי.דער 74-יעריגער ראבערט קעסלער האט געמאלדן אז ער וועט אקצעפטירן א שטראף פון לעבנסלענגליכע טורמע, בתנאי אז ער באקומט א פילי טשיז-סטעיק מיט ציבלעס און מאיאנעיז, אינאיינעם מיט פרייז. קעסלער שטייט פאר אנגעקלאגט אויף שווערע קלאגעס פון מארד אין ערשטן גראד און פאר'ן מבזה זיין א טויטן קערפער.דער באשולדיגטער, וועלכער האט פריער פרובירט זיך אליין צו רעפרעזענטירן אין געריכט אבער האט שפעטער געטוישט זיין מיינונג, ווערט באשולדיגט אין מארדן און צושניידן די 47-יעריגע סטעפאני קראון אווערהאלט.מיט'ן האפענונג צו שפארן געלט פאר די שטייער-צאלער, האט קעסלער פארגעשלאגן זיך מודה צו זיין אלס טויש פאר די סעודה. אבער, זיין פרואוו איז נישט געווען פארפאלגרייך און איז נישט אנגענומען געווארן.