שאקירנד: 3 פון 4 אייראפעאישע פילאטן מעלדן אז זיי שלאפן איין אין קאקפיט!

א נייע אנקעטע צווישן כמעט 7,200 פילאטן האט ארויסגעברענגט אז 76.8% האבן כאטש איינמאל געהאט אן אומגעוואלטע “מייקרא-שלאף” בשעת'ן פליען, אין די פריערדיגע פיר וואכן. איינער פון פיר האט געמעלדעט פינף אדער מער אזעלכע פאלן, בשעת 7% האבן געמעלדעט כאטש 10.
כמעט 39% האבן געזאגט אז זיי האבן רעגלמעסיג נישט גענוג רו, און 24% האבן מודה געווען אז זיי האבן ווייטער געפלויגן טראץ דעם וואס זיי זענען געווען צו מיד. טייל פילאטן האבן אויך מורא פאר א שטראף אויב זיי מעלדן אז זיי זענען אויסגעמאטערט.
די European Cockpit Association ווארנט אז מידקייט ביי פילאטן בלייבט א ערנסטע סכנה פאר די זיכערהייט אין די לופט, און ס'איז קוים געווארן בעסער זינט איר אנקעטע אין 2023.