פרעזידענט טראמפ זאגט אז זיין אינדארסמענט פאר פרעמיער מיניסטער נתניהו האט דראמאטיש געטוישט די בחירות אין מדינ…

פרעזידענט טראמפ זאגט אז זיין אינדארסמענט פאר פרעמיער מיניסטער נתניהו האט דראמאטיש געטוישט די בחירות אין מדינת ישראל, און פארוואנדלט וואס האט אויסגעזען ווי א קלארע מפלה אין א מעגליכן נצחון פון הינטן. "ווען פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט ביבי נתניהו, האט זיך די גאנצע כוואליע איבערגעדרייט," האט טראמפ געשריבן, און צוגעלייגט אז די רעזולטאטן ווייזן יעצט אויף "א גרויסן גלייכשטאנד פון הינטן, אדער אפילו א נצחון פאר נתניהו." ער האט אונטערגעשטראכן אז דער איבערדריי איז געקומען נאך זיין אינדארסמענט, און געזאגט אז ער וויל נאר דאס בעסטע פאר מדינת ישראל, דעם מיטל מזרח און אמעריקע.