Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

1- בום! ווי שוין באריכטעט, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געבעטן פון א געריכט אז זי וויל קענען דורכפירן אן אויספ…

1- בום! ווי שוין באריכטעט, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געבעטן פון א געריכט אז זי וויל קענען דורכפירן אן אויספ…
1- בום! ווי שוין באריכטעט, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געבעטן פון א געריכט אז זי וויל קענען דורכפירן אן אויספארשונג איבער די אלאסקע סענאט פארמעסט אין פאל וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט פארלירט. דאס קומט צוליב וואס אויפן בעלאוט איז דא א צווייטער קאנדידאט מיט א גאר ענליכע נאמען צו דער רעפובליקאנער קאנדידאט דאן סאליווען.
אצינד, דעקט די ניו יארק טיימס אויף, אז די דעמאקראטן האבן בדווקא געזוכט איינער מיט א ענליכע נאמען צו לויפן אויפן בעלאוט אין א פרואוו צו אוועקנעמען שטימען פון דער רעפובליקאנער דאן סאליווען.
לויט דער באריכט, האט די קאמפיין פון די דעמאקראטישע קאנדידאט, פרוי פעלטאלע, געארבעט פאר חדשים לאנג צו טרעפן איינער מיט א ענליכע, אדער די זעלבער נאמען, ווי דאן סאליווען, וואס זאל לויפן אינעם פארמעסט, ביזן טרעפן איינער מיטן נאמען דאן דזשעי סאליווען וואס איז גרייט געווען אריינצושפרינגען.