א ראדיקאלער עקסטרעמיסט האט ארויפגעשפריצט גראפיטי דירעקט אויפן 9/11 מעמאריאל ביי גראונד זירא, פונקט דארט וואו…

א ראדיקאלער עקסטרעמיסט האט ארויפגעשפריצט גראפיטי דירעקט אויפן 9/11 מעמאריאל ביי גראונד זירא, פונקט דארט וואו די נעמען פון די אומגעקומענע קרבנות זענען איינגעקריצט אויף אייביג, און ער האט נאך געהאט די חוצפה ארויפצולייגן דעם גאנצן אינצידענט לעבעדיג אויף אינסטאגראם!
דער דורכגעפאלענער יונגאטש, דער 31-יעריגער דזשאנאטאן ענדרו טיכערינא, האט ארויפגעשפריצט דעם וועבזייטל אדרעס פון זיין אנטי-סעקאנד אמנדמענט גרופע, וואס פאדערט א פולשטענדיגע נאציאנאלע רעגיסטראציע אויף אלע וואפן, כדי די רעגירונג זאל קענען גרינגערהייט גיין פון טיר צו טיר און קאנפיסקירן די כלי זיין מיט וואס בירגער שיצן זיך אליין.
לויט די פאליציי, איז טיכערינא ארעסטירט געווארן און מען האט אים אנגעקלאגט אויף קרימינאלע שאדנס און מאכן גראפיטי.
די סארט מענטשן זענען אינגאנצן צודרייט. עס אינטערעסירט זיי נישט קיין כי הוא זה רעספעקט פאר אונזער לאנד, וואס זי איז אלס אדורך, אדער די יסודות אויף וואס זי איז געגרינדעט געווארן.
די נעקסטע מאל וואס איר טראכט אז איר טיילט אפילו איין ווערט מיט די היינטיגע "לינקע", געדענקט דאס גוט: זיי האבן פיינט אמעריקע!