דער שב"כ פארשט אויס חשדות אז אויסלענדישע כוחות, מעגליך אריינגערעכנט קאטאר און טערקיי, האבן אריינגעפאמפט געלט…

דער שב"כ פארשט אויס חשדות אז אויסלענדישע כוחות, מעגליך אריינגערעכנט קאטאר און טערקיי, האבן אריינגעפאמפט געלט אין מדינת ישראל כדי צו באאיינפלוסן וויפיל אראבער וועלן גיין שטימען ביי די בחירות. די אויספארשונג קומט נאכדעם וואס דער פארזיצער פון ועדת הבחירות המרכזית, שופט נועם סולבערג, האט באפוילן אויסצופארשן מעגליכע אויסלענדישע איינמישונג אין די בחירות.