דער אראבישער ח"כ אחמד טיבי האט באזוכט קאטאר בלויז צוויי טעג פאר די בחירות אין מדינת ישראל, וואו ער האט רעקאר…

דער אראבישער ח"כ אחמד טיבי האט באזוכט קאטאר בלויז צוויי טעג פאר די בחירות אין מדינת ישראל, וואו ער האט רעקארדירט אן אינטערוויו מיט Al Jazeera. דאס הייבט אויף פראגעס, איבערהויפט ווייל דער שב"כ פירט יעצט אן אויספארשונג איבער א חשד אז קאטאר האט זיך אריינגעמישט אין די בחירות. די אויספארשער אונטערזוכן דעם חשד אז קאטאר'ס געלט איז אומלעגאל גענוצט געווארן כדי מער אראבישע שטימער זאלן ארויסגיין שטימען. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס געוועזענער פרעמיער מיניסטער געפייערט דעם וואס די אראבישע פארטייען האבן געוואונען 19 זיצן אין די כנסת, און ער האט פערזענליך גראטולירט טיבי. דערווייל איז נישטא קיין באווייז וואס פארבינדט טיבי'ס באזוך מיט די פארדעכטיגטע אריינמישונג.