🤡דער פארזיצער פון "ישראל ביתנו" פארטיי, אביגדור ליבערמאן, זאגט אז ער וועט זיך נישט אנשליסן אין א רעגירונג ו…

🤡דער פארזיצער פון "ישראל ביתנו" פארטיי, אביגדור ליבערמאן, זאגט אז ער וועט זיך נישט אנשליסן אין א רעגירונג וואס נתניהו פירט אן, און אויך נישט שטיצן א קאאליציע וואס איז אנגעוויזן אויף די אראבישע פארטייען, וואס מאכט נאך שווערער די פרואוון צו שטעלן א רעגירונג נאך די בחירות פון דינסטאג. ליבערמאן'ס שטעלונג לייגט צו צום פאליטישן שטילשטאנד, ווען קיינער פון די צוויי בלאקן האט נישט קיין קלארן וועג צו א מערהייט פון 61 מאנדאטן, און מ'ערווארטעט אז די קאאליציע פארהאנדלונגען וועלן זיין שווער.