א פרוי איז ל"ע קריטיש פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א מיני-באס איז אריינגעקראכט אין א געשעפט אויף רחוב אגר…

א פרוי איז ל"ע קריטיש פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א מיני-באס איז אריינגעקראכט אין א געשעפט אויף רחוב אגריפס אין ירושלים. עמערדזשענסי רעספאנדערס זענען צוגעאיילט צום שטח און האבן געגעבן מעדיצינישע הילף פאר די פרוי. לויט די פאליציי האט דער דרייווער פארלוירן קאנטראל, אראפגעקלאפט די פוסגייערין און דערנאך אריינגעקראכט אין די געשעפט'ס פראנט. דער דרייווער איז פארהאלטן געווארן פאר אויספרעגן, און דער עקסידענט ווערט ווייטער אויסגעפארשט.