פרעזידענט יצחק הערצאג פאדערט א גרינטליכע אויספארשונג איבער חשדות פון אויסלענדישע געלט און קויפן שטימען ביי ד…

פרעזידענט יצחק הערצאג פאדערט א גרינטליכע אויספארשונג איבער חשדות פון אויסלענדישע געלט און קויפן שטימען ביי די בחירות אין מדינת ישראל פון דינסטאג, נאכדעם וואס אינטעליגענץ אינפארמאציע ווייזט אויף א מעגליכע אריינמישונג פון קאטאר מיט'ן ציל צו פארגרעסערן די צאל אראבישע שטימער. הערצאג האט באטאנט ווי וויכטיג עס איז צו באשיצן די ערליכקייט פון די בחירות און דעם עולם'ס צוטרוי אינעם דעמאקראטישן פראצעס. מ'האט באפוילן דעם שב"כ אויסצופארשן די באשולדיגונגען, וועלכע זענען דערווייל נאך נישט באוויזן.