אויסטראליע באטראכט צו קויפן אינטערסעפטאר ראקעטן וואס זענען אנטוויקלט געווארן פאר מדינת ישראל'ס "אייערן דאום"…

אויסטראליע באטראכט צו קויפן אינטערסעפטאר ראקעטן וואס זענען אנטוויקלט געווארן פאר מדינת ישראל'ס "אייערן דאום" סיסטעם, אלס טייל פון א גרויסן פלאן צו בויען א שטארקערע לופט פארטיידיגונג פארן גאנצן לאנד. אויסטראלישע מיליטערישע באאמטע שטודירן די אינטערסעפטארס וואס מדינת ישראל האט אנטוויקלט, אינאיינעם מיט די אמעריקאנער "פעטריאט" סיסטעמען, מיטן ציל צו פארגרעסערן די ראקעטן פארטיידיגונג אויף דער ערד אין די פריע 2030ער יארן. ביז יעצט איז נאך נישט געמעלדן געווארן קיין ענדגילטיגער אפמאך צו קויפן.