הגאון הרב יצחק יוסף שליט"א האט ארויסגעשיקט א בריוו פון חיזוק צום ש"ס פארזיצער ר' אריה דרעי און די פארטיי עסק…

הגאון הרב יצחק יוסף שליט"א האט ארויסגעשיקט א בריוו פון חיזוק צום ש"ס פארזיצער ר' אריה דרעי און די פארטיי עסקנים, נאך דעם קלאפ וואס ש"ס האט באקומען ביי די בחירות דינסטאג, און האט געלויבט ר' דרעי וואס ער "האט זיך מוסר נפש געווען פאר די הצלחה פון דער באוועגונג און פון דער תורה וועלט". הרב יוסף שליט"א האט אנגעוויזן אז כמעט 300,000 שטימער האבן געשטיצט ש"ס, און ערקלערט אז זיי "האבן אויסגעקליבן די תורה און מגדיל געווען דעם נאמען פון הקב"ה". רעדנדיג וועגן די רדיפות אויף בני תורה, האט ער גערופן די שטיצער צו בלייבן שטארק, און אויסגעדריקט האפענונג אז מ'וועט באלד קענען ווייטער לערנען תורה אן קיין שטערונגען.