בחירות אין מדינת ישראל - אפדעיט: נאכדעם וואס מ'האט שוין געציילט 97.3% פון די שטימען, איז ליכוד ארויפגעגאנג…

בחירות אין מדינת ישראל - אפדעיט: נאכדעם וואס מ'האט שוין געציילט 97.3% פון די שטימען, איז ליכוד ארויפגעגאנגען צו 27 מאנדאטן, בשעת ש"ס איז אראפגעפאלן צו 6. רע"מ איז ארויף צו 8 מאנדאטן, און די "רשימה המשותפת" האלט ביי 11. די אלגעמיינע בילד פון די בלאקן איז נישט געטוישט געווארן, ווען נתניהו'ס רעכטע בלאק האלט ביי 53 מאנדאטן, די אפאזיציע בלאק ביי 48, און די אראבישע פארטייען האבן צוזאמען 19 מאנדאטן. קיינער פון די צוויי הויפט בלאקן האט נישט די 61 מאנדאטן וואס מ'דארף פאר א מערהייט, בשעת מ'ציילט נאך די לעצטע שטימען.