Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

קאטאר שלאגט צוריק: דוחא שפעט אפ פון באשולדיגונגען אז זי מישט זיך אריין אין די בחירות אין מדינת ישראל, טענה'…

קאטאר שלאגט צוריק: דוחא שפעט אפ פון באשולדיגונגען אז זי מישט זיך אריין אין די בחירות אין מדינת ישראל, טענה'ט אז מ'נוצט איר אלס פאליטישן "שעיר לעזאזל"
קאטאר האט ארויסגעגעבן א שארף-פארמולירטע אפלייקענונג אויף באשולדיגונגען אז זי האט בסוד פינאנצירט באמיאונגען צו פארגרעסערן די צאל אראבישע שטימער וועלכע גייען שטימען ביי די כנסת בחירות אין מדינת ישראל. קאטאר באשולדיגט די ישראל'דיגע פאליטיקער אז זיי פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע און פרובירן צו ווארפן די שולד פאר זייערע אייגענע פאליטישע דורכפאלן אויף דעם גאלף לאנד.