דער שב"כ, די פאליציי און צה"ל האבן געמאלדן אז א סאלדאט אין מדינת ישראל איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן או…

דער שב"כ, די פאליציי און צה"ל האבן געמאלדן אז א סאלדאט אין מדינת ישראל איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אויפ'ן חשד אז ער האט שפיאנירט פאר איראן כמעט א גאנץ יאר, און איבערגעגעבן סענסיטיווע מיליטערישע אינפארמאציע אין אויסטויש פאר צאלונגען אין קריפטא-קורענסי. לויט באריכטן האט דער סאלדאט איבערגעגעבן אינפארמאציע וועגן מיליטערישע באזעס, ווי גרייט די סאלדאטן זענען, וועגן זיינע מיט-סאלדאטן און קאמאנדירן, און ער האט פאטאגראפירט אינטערסעפטאר ראקעטן פון מדינת ישראל און אמעריקאנער ריפיולינג עראפלאנען וועלכע געפינען זיך אין מדינת ישראל. די אויספארשער זאגן אז זיין איראנער פארבינדונגס-מאן האט אים אנגעבאטן $200,000 צו פארן קיין איראן. דער סאלדאט איז ארעסטירט געווארן אין סעפטעמבער און ווערט נאך אלץ געהאלטן אין מיליטערישע תפיסה, ווען זיין ארעסט איז פארלענגערט געווארן ביז נאוועמבער 12.