מד"א און איחוד הצלה מאנשאפטן באהאנדלען עטליכע פארוואונדעטע, אינמיטן באריכטן איבער שווערע פאליציי אלימות ביי…

מד"א און איחוד הצלה מאנשאפטן באהאנדלען עטליכע פארוואונדעטע, אינמיטן באריכטן איבער שווערע פאליציי אלימות ביי די אנגייענדע חרדי'שע הפגנה אויף כביש 4 נעבן צומת גהה אין בני ברק. לויט באריכטן האט די פאליציי געווארפן עטליכע שאק-גראנאטן גלייך אויף די פראטעסטירער, בשעת זיי האבן פרובירט צעשפרייטן דעם עולם, וואס רופט ארויס ערנסטע זארג איבער'ן באנוץ פון קראפט און מעגליכע פארלעצונגען פון פאליציי רעגולאציעס.