נאציאנאלע זיכערהייט מיניסטער איתמר בן גביר האט שארף קריטיקירט פאליציי קאמישאנער דני לוי נאך די ווילדע פאליצי…

נאציאנאלע זיכערהייט מיניסטער איתמר בן גביר האט שארף קריטיקירט פאליציי קאמישאנער דני לוי נאך די ווילדע פאליציי אטאקע אויף חרדי'שע פראטעסטירער ביים גהה אינטערטשעינדזש, און אים באשולדיגט אז ער פרובירט זיך איינצושמייכלען ביי די פאליטישע לינקע און ביי יאיר גולן, פאר א מעגליכע טויש פון רעגירונג. בן גביר האט געטענה'ט אז לוי, וועלכער האט פריער נאכגעפאלגט זיינע אנווייזונגען, האנדלט יעצט אומגעזעצליך קעגן חרדים און מאכט זיי פאר זיין “קלאפ-זאק”.