Channel 14 באריכטעט אז דער שב"כ פלאנירט צו פרעזענטירן די רעזולטאטן פון די אויספארשונג איבער חשד פון שוחד ביי…

Channel 14 באריכטעט אז דער שב"כ פלאנירט צו פרעזענטירן די רעזולטאטן פון די אויספארשונג איבער חשד פון שוחד ביי די בחירות פאר פרעזידענט יצחק הערצאג און ריכטער נועם סאלבערג ביז אנהייב קומענדיגע וואך. לויט באריכטן האבן די אויספארשער געטראפן באווייזן אז מ'האט באצאלט טויזנטער שקלים כדי צו באאיינפלוסן הונדערטער שטימער, און מ'אונטערזוכט יעצט צי עס זענען געווען פארמישט אויסלענדישע אדער טעראר ארגאניזאציעס.