א לאסט שיף וואס איז געווען געדינגען דורך די ישראל'דיגע שיפינג קאמפעני ZIM איז געזונקען אינעם שווארצן ים, נאכ…

א לאסט שיף וואס איז געווען געדינגען דורך די ישראל'דיגע שיפינג קאמפעני ZIM איז געזונקען אינעם שווארצן ים, נאכדעם וואס זי איז געטראפן געווארן דורך דריי אויפרייס-שיפלעך אן קיין מאנשאפט, לעבן די ברעג פון בולגאריע. די שיף, וואס איז ארויסגעפארן פון חיפה מיט 421 קאנטעינערס אויפ'ן וועג קיין רומעניע, איז שווער באשעדיגט געווארן ביי די אטאקע מיטוואך, און איז געזונקען דאנערשטאג. אלע 18 מאנשאפט מיטגלידער זענען ב"ה געראטעוועט געווארן. די אויטאריטעטן האבן נאך נישט פעסטגעשטעלט ווער ס'שטייט הינטער די אטאקע.